אגרות קודש
חלק ח - ב'תלד
ב"ה, כ"ה שבט, תשי"ד
ברוקלין
שלום וברכה!
דאס וואס אייער פרוי וועט נעמען אויף זיך צו אנטאן א שייטעל מיט א פרייליכער הארץ, און וועט זיך ניט שעמען פאר די וואס וועלן - אפשר - אפלאכען פון דעם, וועט איר זכות זיין גרויס בפרט, זייענדיג פון די ערשטע אין דער סביבה צוריק צו בריינגען דעם מנהג בנות ישראל הכשרות, און עס איז שוין באוואוסט ווי די רז"ל האבן מפליג געווען אין דער מעלה פון צו זיין א מזכה את הרבים
עס קען זיין אז צייטווייליג איז דאס שווער צו טאן צוליב דער הוצאה אויף דעם, איז דא פראן א ספעציעלע קאסע וואס מען לייט אויס אויף אזעלכע צוועקען, אויף אויסצאלען אויף א ליינגערען צייט, בכדי צו ערמעגליכען דאס יעדע איינע. און דעריבער איז ניט כדאי צו אפלייגען דאס, און באלד ווי איר וועט באקומען דעם בריף, זאלט איר שרייבן אויף וואס פאר א נאמען און וויפיל אויסשרייבען דעם טשעק, וועט מען דאס גלייך ארויסשיקען, און השם יתברך זאל אייך מצליח זיין
נדפסה בלקו"ש חכ"ג ע' 843, והוגהה ע"פ העתק המזכירות
****************************************************************************************************
תרגום מכונה
ב"ה, כ"ה שבט, תשי"ד
ברוקלין
שלום וברכה!
זה שאשתך תשים פאה נכרית בלב שמח, ולא תתבייש עבור אלה שרוצים - אפשר - שטוח, תוכלו הכשרון הגדול שלה במיוחד, zeyendig הראשונים בסביבת חזרה להביא את תקינות מנהג בנות ישראל הכשרות, הוא כבר מודע לאופן שבו רז"ל אני צריך מפליג היה מעלה של להיות מזכה את הרבים